וועגן אונדז

אונזער משפּחה איז פֿאַראינטערעסירט אין די ייִדישע רתּשמישי־קדושה, סײַ ווי קאָלעקציאָנערן, סײַ ווי פּאַטראָנען, במשךפֿון אַ סאַך דורות און אין פֿאַרשיידענע לענדער. דורך ראָטשילדס פֿאָנד הנדיב אייראָפּע  זענען ממשיך מיר אונטערצוהאַלטןדעם אויפֿהיט, דאָקומענטאַציע און פּרעזענטאַציע פֿון יודאַיקאַ, אַרכיוון, ביכער און ספֿרים. מיר זוכן אויך פֿאַר נײַעאינסטרומענטן וועלכע קענען העלפֿן צו דעם ברייטן פּובליקום צו האָבן אַ צוטריט צו די דאָזיקע היסטאָרישע, רעליגיעזע אוןקינסטלערישע מאַטעריאַלן. איך דערפֿריי זיך אַז אונזער פֿאָנד האָט באַשאַפֿן דעם יודאַיקאַ־אינדעקסאַן אָנלײַן־רעסורסמיט מער ווי 200 אָביעקטן פֿון תּשמישי־קדושה, וועלכע זוכט מען אויף 15 שפּראַכן לויט אַ נאָמען אָדער אַ שליסלוואָרט. איךבין זיכער אַז דער אינדעקס וועט ווערן אַן ערשטיקער אָנלײַן־רעסורס פֿאַר די ייִדישע ירושה־אינסטיטוטן און פֿאַר פֿאָרשערסוואָס אַרבעטן מיט דער ייִדישער מאַטעריעלער קולטור.

איך וואָלט געוואָלט דאַנקען ד״ר בריזשיט סיאָןדער פֿירער פֿוןמוזייגראַנטן אין דעם פֿאָנד, פֿאַר איר איבערגעגעבנקייט און התמדה אין פֿאַרטראַכטן דעם פּרויעקט און זײַן רעאַליזאַציע. זיהאָט געאַרבעט אומאויפֿהערלעך מיט פֿילצאָליקע מענטשן. איך וויל דאַנדען אויך די מוזייען, ביבליאָטעקן, פּריוואַטעקאָלעקציאָנערן פֿאַר איבערגעבן די בילדער; די עקספּערטן פֿאַר זײַנע מילדערע עצות און די איבערזעצערס און פֿאָרשערספֿאַר באַשאַפֿונג דעם פֿילשפּראַכיקן אינדעקס. מײַן האָפֿענונג איז אַז דער יודאַיקאַ־אינדעקס באַרײַכערט אוזער קאָלעקטיוועפֿאָרשטיין פֿון פֿאַרשיידענע מינהגים און ריטואַלן וועלכע זענען ממשיך צו פֿאָרמען דאָס ייִדישע לעבן.

 

לאָרד יעקבֿ ראָטשילד

אויסקלײַבן אַ שפּראַך